ל' חשוון Eelagذdcالج Rrhei Yy BbuWwلرlm Nv ن
|
<< >> חשוון תשע"ט | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| א | ב | ג | ד | |||
| ה | ו | ז | ח | ט | י | יא |
| יב | יג | יד | טו | טז | יז | יח |
| יט | כ | כא | כב | כג | כד | כה |
| כו | כז | כח | כט | ל | ||
|
יידישער לוח תשע"ט | ||||||
ל' חשוון איז א טאג אין דעם יידישן לוח וואס איז נישט דא א יעדע יאר, נאר אויב עס איז א יאר וואס איז ביידע (סיי חשוון און סיי כסליו) מלא. וואס מיינט אז אין א פשוטן יאר איז דאס יאר וואס האט א ל' חשוון 355 טעג לאנג, און אין א שנה מעוברת האט דער יאר 385 טעג.
די טעג ווען ל' חשוון קען געפאלן:
| קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
|---|---|---|
| בשה בשז |
דאנערשטיג | תולדות |
| השא השג |
זונטיג | ויצא |
| זשג זשה |
דינסטיג | תולדות |
יארצייטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- ה'תר"ז - רבי הירש משרת פון רימאנאוו
- ה'תשמ"ז - הרב בצלאל זשאלטי, הויפט רב פון ירושלים און מחבר פון משנת יעב"ץ
- ה'תשס"ז - הרב אליעזר וואלדינבערג, מחבר שו"ת ציץ אליעזר און פון די גרעסטע פוסקים אין די ת"ש יארהונדערט (געב' ה'תרע"ו)